מײַן שטעטעלע בעלז Katarzyna Jamroz

Tekst piosenki

  • Tekst piosenki Redakcja
אַז איך טו מיר דערמאָנען
מייַנע קינדערשע יאָרן,
פּונקט ווי אין אַ חלום
זעט דאָס מיר אויס.
ווי זעט אויס דאָס הייזעלע,
וואָס האָט אַמאָל געגלאַנצט,
צי וואַקסט נאָך דאָס ביימעלע,
וואָס איך האָב פֿאַרפֿלאַנצט?

אוי, אוי אוי בעלז, מייַן שטעטעלע בעלז,
מייַן היימעלע, וווּ איך האָב
מייַנע קינדערשע יאָרן פֿארבראַכט.
בעלז, מייַן שטעטעלע בעלז,
אין אָרעמען שטיבעלע,
מיט אַלע קינדערלעך דאָרט געלאַכט.
אוי, יעדן שבת פֿלעג איך לויפֿן
מיט אַלע ייִנגעלעך צוגלייַך
צו זיצן אונטער דעם גרינעם ביימעלע,
לייענען בייַ דעם טייַך,
אוי אוי אוי בעלז,
מייַן שטעטעלע בעלז,
מייַן היימעלע וווּ כ´האָב געהאַט
די שיינע חלומות אַ סך.

דאָס שטיבל איז אַלט,
באַוואַקסן מיט מאָך
דאָס שטיבל איז אַלט,
אין פֿענצטער קיין גלאָז
דאָס שטיבל איז אַלט,
צעבויגן די ווענט,
איך וואָלט שוין זיכער
דאָס ווידער ניט דערקענט

אוי, אוי אוי בעלז, מייַן שטעטעלע בעלז,
מייַן היימעלע, וווּ איך האָב
מייַנע קינדערשע יאָרן פֿארבראַכט.
בעלז, מייַן שטעטעלע בעלז,
אין אָרעמען שטיבעלע,
מיט אַלע קינדערלעך דאָרט געלאַכט.
אוי, יעדן שבת פֿלעג איך לויפֿן
מיט אַלע ייִנגעלעך צוגלייַך
צו זיצן אונטער דעם גרינעם ביימעלע,
לייענען בייַ דעם טייַך,
אוי אוי אוי בעלז,
מייַן שטעטעלע בעלז,
מייַן היימעלע וווּ כ´האָב געהאַט
די שיינע חלומות אַ סך




Oceń to opracowanie
anonim